שאלה אין קורצן ענין
#6 - חב"ד און ברסלב זענען סותר איינער דעם צווייטן?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, חסידות, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די הערליכע שיעורים, און פאר'ן ספר "עצתו אמונה", וואו איך טרעף תשובות אויף כמעט אלע מיינע פראגעס. ברוך ה' אז איך בין געוואויר געווארן אז לעבן איז א זיסע זאך, פארשטייט זיך ווען עס איז מיט'ן אייבערשטן. בזכות דעם ראש ישיבה שליט"א גיי איך יעצט אי"ה ענדיגן ששה סדרי משנה צום צווייטן מאל, און אזוי אויך בין איך מעביר סדרה יעדע וואך.


מיין שאלה איז אזוי, דער הייליגער רבי זאגט דאך אז מ'זאל נישט לערנען קיין חקירה ספרים, וויל איך וויסן אויב דער הייליגער ספר התניא איז אויך אריינגערעכנט אין ספרי חקירה, און בכלל אויב די שיטה פון חב"ד און ברסלב זענען סותר איינער דעם צווייטן.


אויך האב איך געוואלט דאנקען דעם ראש ישיבה פאר'ן אריינברענגען אין מיר די זאך פון התבודדות, וואס ברענגט אין מיר אריין א שטארקע אמונה און רואיגקייט דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, און איר זאלט האבן אסאך אידיש נחת פון אייערע קינדער און תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בכלל נישט; ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט חב"ד, ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין שום חסידות און קיינער איז נישט קיין סתירה מיט אן אנדערן, ווייל כלל ישראל איז געבויט אזוי ווי א געשטאלט, דער איז איין חלק און אן אנדערער איז א צווייטע חלק.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, די צען ספירות ווערט איינגעטיילט אין פיר חלקים. די מקומות וואס רעדן און לערנען מוסר און דרוש, דאס קומט פון די ספירות נ'צח, ה'וד, י'סוד און מ'לכות, - ראשי תיבות נהי"ם. די צווייטע חלק איז אלע חסידי'שע פלעצער וואס האבן געלייגט א שטארקע געוויכט אויף טון מצוות בשמחה, טון מצוות מעשיות, ליב האבן די מצוות פונעם אייבערשטן וכו' וכו', דאס קומט פון די ספירות ח'סד, ג'בורה און ת'פארת - ראשית תיבות חג"ת. נאכדעם איז דא די ספרים פון די ליובאוויטשער רבי'ס - אנגעהויבן פונעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, זייער וועג איז זיך מתבונן זיין זייער טיף אין אלוקית. דאס קומט פון די ספירות ח'כמה, ב'ינה און ד'עת - ראשי תיבות חב"ד. נאכדעם קומט דעם רבינ'ס וועג, די וועג פון התבודדות; מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ביז מען ווערט אנגאנצן בטל ומבוטל צום אין סוף ברוך הוא, דאס איז כת"ר, דאס איז זייער א הויכע דרגה. צו דעם קען יעדער איינער זוכה זיין צוצוקומען, אפילו דער וואס איז שוין אזוי שטארק אראפגעפאלן, ער ליגט אין שאול תחתיות ומתחתיו רחמנא לצלן, אויב וועט ער נעמען די עצה פון רבי'ן, ער וועט רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער חבר, ער וועט וויינען, ער וועט ארויסזאגן אלע זיינע רצונות ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד - וועט ער זוכה זיין צוצוקומען צו די העכסטע דרגות שבעולם.


יעדער האט זיין וועג, אינאיינעם זענען אלע אידן איין געשטעל, יעדער פירט זיך מיט זיינע מנהגים; כל זמן מען גייט נישט אוועק פון שלחן ערוך קיין זוז כלשהו - קען יעדער גיין זיין וועג, מען דארף זיך אבער נישט קריגן, מען דארף זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - זאל איך ווייטער לערנען ספרי חב"ד, אדער ענדערש ברסלב'ע ספרים?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, חב"ד, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א ליבאוויטשער חסיד, און איך הער אסאך די שיעורים, אבער די גאנצע זאך פון התבודדות און רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, רעדט נישט צו מיר. ווייל ווי באקאנט האט מען אין חב"ד געלייגט א גרעסערער דגוש אויף התבוננות און מחשבה, דאס רעדן האט מען נאר געטון ביים דאווענען אין סידור די תפלות. ווי אזוי קען איך זיך שטארקן יא צו רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מ'לערנט אין ברסלב?


כאטש וואס איך בין אויפגעוואקסן אין חב"ד, האט מען אבער ביי אונז אינדערהיים געלערנט די ברסלב'ע ספרים, מיין טאטע פלעגט פארלערנען "סיפורי מעשיות", און מיין נאמען איז "נתן". כאטש וואס מ'האט עס נישט געלערנט אלס א וועג ווייזער אין לעבן, בין איך אבער באקאנט מיט די ברסלב'ע ספרים. איך האב אבער א פראבלעם אז דער וועג ווי אזוי די ספרים זענען געשריבן רעדט נישט צו מיר אזוי שטארק, ס'איז געשריבן אויף צו א פשוטע וועג. פון די אנדערע זייט אבער, ווען עס קומט צו לערנען די ספרים פון חב"ד, האב איך זייער ליב דער וועג ווי אזוי ס'איז געשריבן, מיט'ן גאנצן אמת און א הויכע שכל, אבער למעשה איז מיר עס שווער צו נוצן אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן לעובדא ולמעשה.


איך בין זייער צעמישט אין לעבן, איך ווייס נישט וואס איך וויל און וואס איך דארף וועלן. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ווייזן א וועג וועלכע ספר איך זאל לערנען, אדער אויף וועלכע נקודות איך זאל זיך פארלייגן, אז ער זאל קענען מצליח זיין אין לעבן און אין עבודת ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערן ווייטער ספרי חב"ד, לאז נישט אפ די הייליגע ספרים; בנוסף לזה זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות, עס זעט טאקע אויס ווי א פשוט'ע וועג, אבער די פשוט'ע זאכן דאס זענען די וויכטיגסטע אין לעבן.


ברויט און וואסער איז נאך מער פשוט'ער, אבער אן ברויט, אן וואסער - איז נישטא קיין לעבן. אזוי אויך און נאך מער איז די גאנצע זאך פון רעדן צום אייבערשטן, עס איז זייער א פשוט'ע זאך, אבער אן דעם קען מען זיך נישט דערהאלטן, מיט די ביטערע נסיונות וואס גייט אריבער אויף יעדן איינעם ברוחניות ובגשמיות.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער בחור וועלכער האט געהאט א קרוב אין אומאן, ווען ער איז געווען אין אומאן ביי זיין קרוב האט ער דאס ערשטע מאל געהערט פון "התבודדות". ווייל אין חב"ד רעדט מען מער פון מחשבה, פון זיך מתבונן זיין אין גדלות הבורא, עס איז אים זייער געפאלן די פשוט'ע עבודה וואס דער רבי געבט אונז, מען זאל רעדן צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט זיך אויס מיט א גוטער פריינד, מען זאל אלעס דערציילן דעם אייבערשטן.


שפעטער ווען די רוסן ימח שמם האבן אים פארכאפט און געפירט קיין סיביר האט ער געהאט דארט א שרעקליכע נסיון, ער האט נושא חן געווען ביי די רוסן ימח שמם און זיי האבן אים גענומען פאר א משרת אין זייער אפיס, דארט איז אויך געווען פארכאפט א גוי'שע מיידל, א גלח'ס א טאכטער און זי האט זיך פארטשעפעט אין אים, זי האט אים געמוטשעט ער זאל מיט איר טון אן עבירה, ער זאל מיט איר חתונה האבן. טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - האט זי אים געמוטשעט אן קיין אויפהער; ער האט דאך געהערט פון ברסלב'ער חסידים די זאך פון התבודדות, פלעגט ער זיך ארויס כאפן יעדע נאכט אין די ביטערע פרעסטן און געשריגן צום אייבערשטן: "אייבערשטער, וואס טו איך דא? איך לייד דא פון א שרעקליכע נסיון, איך שפיר ווי אט אט ווער איך אויס, אט אט ווער איך פארברענט, אייבערשטער נעם צו מיין נשמה ווי איידער איך זאל זיין מיט די גוי'טע", אזוי האט ער געשריגן יעדע נאכט און דערפון האט ער באקומען כח עומד צו זיין בנסיון פאר נאך א טאג, דעם קומענדיגן טאג ווען די נסיון איז נאכאמאל אונטערגעקומען האט ער נאכאמאל גענומען די פשוט'ע עצה פון התבודדות.


ווען עס איז אריבער דריי יאר האבן אים די רוסן באפרייט, מען האט געמאכט א געזעגענונגס מאלצייט, האט דאס מיידל געבעטן די אפיצירן אויב זי קען רעדן אפאר ווערטער פאר זיין כבוד, און זי האט אויסגעשריגן און געזאגט: "אויב איז דא אין די וועלט א הייליגער מאן איז עס דער בחור! איך מוטשע אים פאר אזא לאנגע צייט ער זאל זיין מיט מיר, און ער האט מיר קיינמאל נישט אנגערירט".


דער בחור איז צוריק געקומען קיין אומאן און דערציילט די געשיכטע; אלע אידן פון קליין און גרויס וואס האבן געהערט די מעשה האבן געוויינט, זיי האבן באוואונדערט ווי א יונגער בחור זאל קענען זיין אזוי שטארק ווי יוסף הצדיק; האט דער בחור געזאגט: "ווען איך וואלט ווען נישט געוואוסט פון די פשוט'ע עצה פון התבודדות, וואלט איך זיכער פארברענט געווארן; נאר די עצה, די פשוט'ע עצה פון רעדן צום אייבערשטן, פון וויינען צו אים, פון זיך אויסשמועסן מיט אים, דאס האט מיר געראטעוועט".


דעריבער בעט איך דיר זייער, לאז נישט אפ דיין וועג אין עבודת השם; בלייב מקושר צו די הייליגע רביים נשיאי חב"ד וועלכע האבן ליכטיג געמאכט די וועלט, ובנוסף לזה זאלסטו נעמען די פשוט'ע ברויט, די פשוט'ע וואסער, די פשוט'ע וועג פון שמועסן מיט'ן אייבערשטן, דאס וועט דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


די פשוט'ע וועג פון התבודדות קען ברענגען א מענטש צו די גרעסטע מדריגות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך האב זוכה געווען צוצוקומען צו וואס איך בין צוגעקומען נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ופשיטות, איך האב אסאך גערעדט צום אייבערשטן, איך האב זיך געפירט ווי א פראסטאק".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פשוט'ע ערליכע אידן.

#4 - ווי אזוי דערשרעק איך זיך נישט פון די וואס לאכן אפ פון ברסלב?
חסידות ברסלב, מחלוקת, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 14 יעריגער ליבאוויטשער בחור, איך האב געטראפן א קונטרס פון מוהרא"ש, און איך האב עס זייער ליב געהאט און איך האב אנגעהויבן לערנען מער און מער ברסלב'ע ספרים.


אבער אין ליבאוויטש איז מען זייער קעגן ברסלב, מיין טאטע איז געווארן זייער ברוגז אויף מיר אז איך לערן ברסלב'ע ספרים, אויך וויל איך זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער מיינע חברים וועלן מיינען אז איך בין משוגע געווארן. וואס זאל איך טון?


אויך וויל איך וויסן וועלכע ברסלב'ע ספרים איז גוט אנצוהויבן לערנען צום ערשט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס וואונדערט מיר אויף די שקרים וואס דו שרייבסט אז חב"ד איז אנטקעגן ברסלב; ווי קען מען זאגן אזא אפענע ליגנט, ווען חב"ד און ברסלב האבן אלע יארן געלעבט מיט א שטארקע ליבשאפט. אנגעהויבן ביים הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "ווער עס קריגט אויפ'ן רבי'ן איז אזוי ווי ער קריגט אויף מיר"; דאס איז געווען ווען עס האט אנגעהויבן ברענען די פייער פון מחלוקת אנטקעגן דעם רבי'ן, האט דער הייליגער בעל התניא זיך זייער אנגענומען.


אזוי אויך קען מען זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק דער רבי האט ליב געהאט דעם הייליגן בעל התניא זי"ע, ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון ארץ ישראל נאך א שווערע לאנגע נסיעה איז דער רבי גלייך געפארן צום הייליגן בעל התניא. מען קען זיך נישט פארשטעלן די יסורים וואס איז אריבער אויפ'ן רבי'ן ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, ענדליך ווען ער איז צוריק געקומען איז ער נישט אהיים צו זיך, נאר קודם געפארן צום הייליגן בעל התניא; ווי אזוי קענסטו זאגן אז די צוויי גייען נישט אינאיינעם?!


דער הייליגער בעל התניא איז אמאל געקומען צום רבי'ן אויף שבת, דער רבי האט אים זייער מכבד געווען און דער רבי האט געהייסן אלע אנשי שלומינו זאלן אים שטארק מכבד זיין. עס איז דא אזויפיל מעשיות צו דערציילן פון די ליבשאפט וואס די צוויי הייליגע צדיקים האבן געהאט איינער צום צווייטן, דעריבער פארשטיי איך נישט ווי אזוי דו קענסט זאגן אז די צוויי חסידות'ן גייען נישט אינאיינעם.


ווער האט נאך כח צו מחלוקת? וואס דארף מען מחלוקת? אלע צדיקים זענען קדושים וטהורים, אלע פון זיי ווייזן אונז א וועג ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי צו זיין נאנט צום אייבערשטן; איז דאך נאריש צו רעדן און אוועק מאכן איינער דעם צווייטן. מיר אלע האבן איין באשעפער וועמען מיר דארפן דינען, אזוי ווי דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט ווען ער האט געזען צום ערשטן מאל איינע פון די בענדער פון ליקוטי הלכות, ער האט זיך אויסגעדרוקט: "אב אחד לכלנו", מיר האבן אלע איין טאטע; אזוי ווי צו זאגן אז אלע ספרים פון אלע צדיקים ברענגען אונז נאנט צום אייבערשטן.


דערצייל נישט פאר קיינעם אז דו האסט חיות פון רבינ'ס ספרים; פארוואס דארפסטו זיך רייצן? אויך פאר דיין משפחה דארפסטו נישט דערציילן, אזוי וועסטו איינשפארן מחלוקת און קאפ וויי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זאל איך טוישן מיין לבוש פון חב"ד צו ברסלב?
תפילה והתבודדות, חב"ד, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען א חב"ד'סקער חסיד, און פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווארן א ברסלב'ער חסיד. אין חב"ד איז דער מנהג נישט צו לאזן וואקסן לאנגע פיאות על פי סוד, ווידער אין ברסלב איז דער מנהג יא צו לאזן לאנגע פיאות, זיכער אויך מיט הויכע ענינים דערביי.


איז מיין שאלה אויב איך בין געווען אין חב"ד און יעצט בין איך ברסלב, אויב זאל איך לאזן וואקסן לאנגע פיאות אזוי ווי ברסלב'ע חסידים, אדער זאל איך בלייבן אזוי ווי איך האב זיך געפירט אין חב"ד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ווייסטו אוודאי אז ברסלב מיט חב"ד זענען שטענדיג געווען בשלום און מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט; דער רבי זכרונו לברכה איז געווען זייער נאנט מיט'ן הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און ער האט צוגעזאגט פאר'ן צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו אז ווען ער וועט צוריק אהיים פארן וועט ער גלייך גיין צום בעל התניא מאכן שלום צווישן זיי, און אזוי האט דער רבי געטון; גלייך ווען ער איז אנגעקומען צוריק, נאך איידער ער איז אהיים געגאנגען איז ער געפארן צום בעל התניא און ער איז דארט אויפגענומען געווארן מיט א גרויסע שמחה (עיין פעולת הצדיק, סימן רסד; שיח).


אויך איז דער בעל התניא זכותו יגן עלינו געקומען אויף א שבת צום רבי'ן (שבת פרשת יתרו, שנת תק"ע). ווען ער איז אנגעקומען נאנט צום שטאט ברסלב איז דער רבי ארויס געפארן מיט אסאך תלמידים אים מקבל פנים זיין, און דער רבי האט אים זייער אויסגעלויבט וכו' (עיין פעולת הצדיק, סימן תתצב).


ווען עס איז געווארן די מחלוקת אויפן רבי'ן האט דער בעל התניא געזאגט: "איך בין נישט ווי די אלע וואס זענען מחזק רבי נחמן, נאר איך מיט אים זענען איינס, ווער עס טשעפעט רבי נחמן טשעפעט מיר וכו'".


זעט מען פון דעם אז מען דארף נישט אפלאזן די אלטע וועג וכו', מען קען זיין ביידע אינאיינעם. בלייב אויפן וועג ווי דו און דיין משפחה גייען, דער עיקר זאלסטו נעמען די התחזקות אום די עצות פון רבי'ן, בפרט די עצה פון התבודדות - זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף יד אייגענע שפראך.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז אין אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי אמאל געגאנגען מיט אים אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זייער שיינע זאכן און אים זייער מחיה און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט די זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס דערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#2 - וואס טו איך אז מיין ווייב הערט שיעורים פון חב"ד?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, לימוד התורה, ספרים, מוהרא"ש, אמת, חב"ד, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטע יאר בין איך געווארן מקורב צו ברסלב, און לעצטנס האט מיין ווייב אנגעהויבן גיין צו שיעורים פון חב"ד. איך האב אבער געזען פון איינע פון די משפיעים אז חב"ד איז שקר, וואס דארף איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס וחלילה צו זאגן אז חב"ד איז שקר, ווער עס זאגט אזוי - דער איז שקר, געב זיך אכטונג פון די וואס רעדן שקר.


דער הייליגער רבי איז געווען זייער באפריינדעט מיטן הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אזויפיל סיפורים איז דא פון דאס ליבשאפט צווישן די צוויי צדיקים; ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און ער האט צוגעזאגט פאר'ן צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו אז ווען ער וועט צוריק אהיים פארן וועט ער גלייך גיין צום בעל התניא מאכן שלום צווישן זיי, און אזוי האט דער רבי געטון; גלייך ווען ער איז אנגעקומען צוריק, נאך איידער ער איז אהיים געגאנגען איז ער געפארן צום בעל התניא און ער איז דארט אויפגענומען געווארן מיט א גרויסע שמחה (עיין פעולת הצדיק, סימן רסד; שיח).


אויך איז דער בעל התניא זכותו יגן עלינו געקומען אויף א שבת צום רבי'ן (שבת פרשת יתרו, שנת תק"ע). ווען ער איז אנגעקומען נאנט צום שטאט ברסלב איז דער רבי ארויסגעפארן מיט אסאך תלמידים אים מקבל פנים זיין, און דער רבי האט אים זייער אויסגעלויבט וכו' (עיין פעולת הצדיק, סימן תתצב).


ווען עס איז געווארן די מחלוקת אויפ'ן רבי'ן האט דער בעל התניא זכותו יגן עלינו געזאגט: "איך בין נישט ווי די אלע וואס זענען מחזק רבי נחמן, נאר איך מיט אים זענען איינס, ווער עס טשעפעט רבי נחמן טשעפעט מיר וכו".


חס וחלילה צו זאגן אזעלכע ווערטער, נישט צו לערנען די הייליגע ספרים; דער רבי זאגט דאך קלאר אנדערש, דער רבי זאגט מען זאל לערנען אלע ספרים (שיחות הר"ן, סימן כח), מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געהאט ביי זיך אין צימער אלע ספרי חב"ד און זיי אלע געלערנט, ער פלעגט שטענדיג אויסרימען זייערע הייליגע ספרים.


דו זאלסט זיך שטארקן מיט'ן רבינ'ס ספרים און אז דיין ווייב האט חיות אין ספרי חב"ד זאלסטו איר מחזק זיין זי זאל ווייטער נעמען אירע חיזוק פון די הייליגע ספרים. אלע ספרים האבן איין ציל - ברענגען דעם מענטש צום אייבערשטן, אויפווייזן דעם מענטש ער זאל נישט זיין צעבראכן און מיואש, ער זאל נאכאמאל אנהויבן דינען דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט ווען ער האט געזען צום ערשטן מאל איינע פון די בענדער לקוטי הלכות, ער האט זיך אויסגעדרוקט: "אב אחד לכולנו", מיר האבן אלע איין טאטע; אזוי ווי צו זאגן אז אלע ספרים פון אלע צדיקים ברענגען אונז נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי בארואיג איך זיך, נאך שווערע בזיונות וואס איך האב געליטן פון הפצה?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, הפצה, בזיונות, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


פאר איך הייב אן וויל איך איבערבעטן דעם ראש ישיבה אויב איך בין צופיל מאריך במקום שאמרו לקצר. אין אמת'ן האב איך אסאך געטראכט צי איך זאל שרייבן מיין שאלה יעצט, ווייל איך וויל חלילה נישט שטערן פון די עבודת הקודש מיט וואס דער ראש ישיבה איז פארנומען וואס איז אסאך וויכטיגער פון מיינע נארישקייטן, נאכדערצו אין די יעצטיגע ערב פסח זמנים. אויב אבער דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ענטפערן וועל איך זיך זייער פרייען.


דער ראש ישיבה האלט אודאי מיט אז עס גייט ארום א בילד ווי א איד, וואס ענדלט אין מיר, גייט נאך געלט ביי די הייזער אין קרוינהייטס, און עס איז צוגעשריבן "זייט געווארנט, ער איז א מיסיאנער וואס פארטיילט ביכער פון מוחמד". און זייט עס איז פארשפרייט געווארן האב איך באקומען אפאר טעלעפאן רופן פון מענטשן, צי עס איז טאקע איך אדער נישט.


וועל איך דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א דברים כהוויתן, איך בין געווען אין קרוינהייטס און איך האב געהאט ביי זיך ברסלב'ע ספרים, האב איך געקלערט אז ס'איז דאך ממש א שאד נישט מזכה צו זיין אידישע קינדער דערמיט, האב איך אריינגעקלאפט אין א הויז, געבעטן צדקה, און געוואלט געבן א ספר, נעמט זיך די פרוי שרייען אויף מיר, "דו ביזט נישט וועלקאם ביי אונז, נעם דיין גארביטש און גיי פון דא! אלע זענען שוין אנגעזאגט געווארן צו שטיין ווייט פון דיר, און נישט עפענען פאר דיר דעם טיר!"


כאטש וואס איך האב זיך אביסל דערשראקן, האב איך אבער געטון דאס וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס, איך האב געשמייכלט, זיך אנטשולדיגט, און געגאנגען ווייטער צו אן אנדערע הויז. אבער ווי נאר איך בין אנגעקומען צום קומענדיגן הויז, איז מיר גוט געווארן, דער איד עפנט אויף די טיר, און אנשטאט צו אויסהערן וואס איך האב צו זאגן, נעמט ער ארויס זיין טעלעפאן, ער מישט און מישט, און ער ווייזט מיר א בילד פרעגנדיג, "איז דאס דו?", "קען זיין" - האב איך אים געענטפערט, "אהא, ווייל די געגנט איז אנגעווארנט געווארן נישט צו עפענען די טיר פאר דיר, ווייל דו גייסט נאך געלט פאר 'מיסיאנערן'!"


דא האב איך שוין געשפירט אז עס איז נישט אזוי פשוט ווי איך האב געמיינט, מען איז מיר חושד דא מיט אזעלכע שרעקליכע זאכן, און נאכדעם האב איך אנגעהויבן הערן אז זיי האבן עס פארשפרייט אויף אסאך פלעצער, און דאס האט מיר זייער וויי געטון און פארשעמט.


כאטש איך האב זיך ברוך ה' בארואיגט נאך א טאג צוויי, בין איך אבער דאך נאר א בשר ודם און איך וואלט געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין אויף דעם.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב איך זאל רופן דעם איד צו דין תורה פאר'ן מיך מבזה זיין און ארומשיקן דעם בילד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מצורע, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט נישט דער ערשטער מפיץ וואס מען פארשעמט, און דו ביסט נישט דער איינציגסטער מפיץ אויף וועם מען שרייט די מיאוסע ווערטער "מיסיאנערן". דאס איז ליידער מעשים בכל יום וואס מען פארטרייבט די העלדישע מפיצים וואס גייען מיט מסירות נפש - מיט די מיאוסע ווערטער.


מיינע טייערע קינדער דערציילן מיר אלץ וואס מען זאגט ביי הפצה; פון איין זייט נעמט מען אזוי שיין, אזוי ווארעם, מענטשן דערקוויקן זיך מיט די חיזוק, פון די אנדערע זייט זענען דא וואס פארשעמען און אויך וואס שרייען די שרעקליכע ווארט מישינעריס.


דער חידוש איז אז אין קראונהייטס, דארט וואוינען חסידי חב"ד, ביי זיי איז דאך די זעלבע ווי ביי אונז, זיי זענען דאך עוסק אין יפוצו מעיינותיך חוצה, זיי טוען דאס זעלבע פון ברסלב; ביידע חסידות'ער האבן אלץ עוסק געווען אין הפצה, פארשפרייטן תורה וחסידות, דער חידוש איז אז דארט זאל מען שרייען די מיאוסע ווארט מישינעריס.


ברסלב און חב"ד האבן זיך אלץ זייער ליב געהאט, עס איז דא אזויפיל מעשיות ווי ברסלב אין חב"ד זענען געווען אזוי נאנט, זיך אלץ ליב געהאט; מן הסתם דער וואס האט געשריגן אויף דיר און געמאכט די גאנצע מעשה איז א דערביטערטער מענטש, און היינט איז א שנעלע וועלט, אין איין מינוט קען מען פארשעמען א צווייטן מסוף העולם ועד סופו.


פאר ברסלב'ע חסידים איז בזיונות א הון רב, מען קומט אפ אזויפיל שלעכטס דורך בזיונות. דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט צעברעכן, דו גיי ווייטער מיט די הייליגע ספרים, שטעל זיך נישט אפ פאר קיינעם, און ווען דו כאפסט א בזיון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס; בזיונות לייטערט אויס דעם מענטש, עס איז שטערקער פון תעניתים און סיגופים - די גרויסע עבודות פון צדיקים, מען דארף נאר אבער האבן אסאך כח צו קענען פארנעמען בזיונות, אויב מען דערהאלט זיך - ווערט מען אינגאנצן אויסגעלייטערט.


הער א מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אין שטאט פרימישלאן האט געוואוינט א צדיק מיט'ן נאמען רבי מענדעלע פרימישלאנער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. דארט אין שטאט האט אויך געוואוינט א שניידער וואס פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין און פארשעמען יעדן טאג אן אויפהער. רבי מענדעלע האט מקבל געווען די בזיונות באהבה.


איינמאל איז דער בעל שם טוב אנגעקומען אין פרימישלאן, זיין תלמיד רבי מענדעלע האט אים אויפגענומען מיט פרייד, און געמאכט פאר אים א גרויסע סעודה. פאר די סעודה האט רבי מענדעלע געבעטן פונעם שניידער: "יעצט איינמאל בעט איך דיר זאלסט מיר נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, און אויב דו וועסט מיר דאס נישט צוליב טון, וועל איך מוזן צושפארן די טיר, און דיר נישט אריינלאזן".


דער שניידער האט זיך ארומגעדרייט און געזוכט א וועג אריין, ביז ער האט געטראפן איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, און ער האט אנגעהויבן אריינצושרייען מיט קולות אויף רבי מענדעלע, אלע מיני בזיונות, און רבי מענדעלע איז געווארן זייער פארשעמט דערפון.


ווען דער בעל שם טוב האט געפרעגט וואס דאס מיינט, האט ער דערציילט: "דאס איז דער שניידער פון שטאט, וואס פארשעמט מיר יעדן טאג. איך בין עס אייביג מקבל באהבה. אבער היינט האב איך אים געבעטן ער זאל מיר נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, אבער ער האט דוקא יא געוואלט מיר פארשעמען".


האט דער בעל שם טוב געזאגט: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא מענטש וואס זאל מיר פארשעמען יעדן טאג, אזוי ווי דו האסט זוכה געווען", ווייל די גרויסקייט פון איינעם וואס ליידט בזיונות, קען מען גארנישט אפשאצן.


דער רבי האט אונז געלערנט: "ענדערש זיין פון די נרדפים, ווי איידער זיין פון די רודפים". ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי פארשעמען נישט צוריק, "שׁוֹמְעִין חֶרְפָּתָם וְאֵינָן מְשִׁיבִין", זיי הערן ווי מען שענדט זיי און ענטפערן נישט, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", זיי דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיט אלעס וואס דער אייבערשטער שטראפט זיי, אויף זיי זאגט דער פסוק (שופטים ה, לא): "וְאוֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ", לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועלן זיי שיינען דריי הונדערט און דריי און פערציג מאל שטערקער ווי די זון שיינט יעצט.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.